תאוות ממון

תאוות ממון
שאלה: עס ווערט געברענגט (ליקו"מ תנינא סי' א) אז מען קען ארויסגיין פון תאוות ממון אינעם יום טוב פסח. וואס איז תאוות ממון?
תשובה: דער שורש פונעם מושג "געלט" איז בעצם א הייליגע דערהויבענע זאך. געלט אליין איז נישט קיין פראבלעם, נאר די פראבלעם איז דער מענטש וואס זוכט עס.
תאוות ממון איז אנדערש פון אנדערע גשמיות'דיגע תענוגים מיט דעם וואס דער גוף האט נישט א דירעקטע הנאה פון דעם אזוי ווי עסן און שלאפן, נאר עס שאפט א געפיל פון הצלחה און כח. דאס גלוסטן און זוכן געלט ברענגט צו כפירה אין השם יתברך און אין זיין השגחה אויף יעדן פרט, ווייל ווען מען שפירט "מסודר" אז די קאסע און בערזל זענען פול, האט מען צוטרוי בלויז אין געלט, כאילו דאס ברענגט אונז וואס מיר דארפן. ווען געלט איז א מענטש'ס בטחון דאן שפירט ער נישט ווי ער דארף צוקומען צום באשעפער'ס הילף ח"ו.
אנדערע תאוות ציען אראפ א מענטש'ס הארץ דורך נעגאטיווע פארפאלענע אהבות צו נידריגע זאכן, אבער תאוות ממון איז ממש א הסתרה און אן אפענע סתירה קעגן מציאת השם און די אמונה אז ער איז דער זן ומפרנס לכל. אנדערע תאוות זענען א בושה וואס מען וויל זיך נישט טונקען דערין אפענערהייט, אבער "געלט" איז כאילו א לעגיטימע צורך וואס מען שעמט זיך נישט צו רעדן ווי שטארק מען ארבעט פאר דעם, און וויפיל מען דארף שאפן כדי צו לעבן רואיג.
שאלה: פארשטייט זיך אז ווען מען זוכט געלט אויף אן אופן פון קנאה, תאווה, און כבוד, דאן איז עס אן אפענע פראסטע תאווה. אבער וועלכע פראבלעם שטעקט אין דעם וואס מען זוכט צו שאפן געלט טאקע כדי צו לעבן לויט א דורכשניטליכע סטאנדארט, כדי נישט צוצוקומען צו בלוטיגע ארעמקייט, חרפת רעב?
תשובה: ס'איז נאכאמאל די זעלבע ענטפער ווי פריער. געלט איז נישט קיין פראבלעם, נאר דער מענטש וואס זוכט געלט האט א פראבלעם. אוודאי דארף מען פרובירן און טוהן עפעס אלס חובת השתדלות, אבער אויב מען שפירט אז דער מצב איז וואקלדיג ווען מען זעט נישט וויאזוי מען ווען דורכציען דעם חודש, דאן איז מען אומוויסנדיג אריינגעמישט אין תאוות ממון. אויב השי"ת איז א מענטש'ס איינציגע פארזיכערונג, דאן חלומ'ט ער נישט פון אוועקלייגן אביסל געלט אין די זייט, און ער מוז נישט זען אויסזיכטן און מעגליכקייטן פאר די אויגן, ווי אויך נישט בליציגע איינפאלן וויאזוי זיך "אליין" אן עצה צו געבן צו דעקן זיינע הוצאות.
נאך א נקודה פון תאוות ממון איז אז ווען מען שפירט ענג אין געלט, שפירט מען ענג, דערנידערט, אדער פארביטערט ווען מען שטייט נעבן א בעל מאה. דאס איז א תוצאה פון הסתרה און כפירה אין השגחה פרטית, אין דעם בורא וואס שיקט יעדן וואס ער דארף.
שאלה: וואס דארף מען טוהן למעשה? סוף כל סוף איז דער לעבן אנגעוויזן אויף געלט, געלט, און נאכאמאל געלט?
תשובה: א מענטש מעג און ער דארף זוכן געלט ווען עס פעלט אים אויס, אבער די וועג וויאזוי ער זוכט איז מיט אמונה און האפענונג אויף זיינע חסדים און רחמים, מיט תפילה ובקשה אז השי"ת זאל אים צושיקן וואס ער דארף.
דער עושר שפירט באקוועם אפילו ווען ער האט נישט מזומן אין טאש, ווייל ער ווייסט אז ווען ער דארף עפעס קען ער ארויסציען געלט פון באנק. א איד איז דער גרעסטער עושר, און אפילו ווען ער קען נישט דערטאפן א מטבע אין טאש, האט ער ענדלאזע שפע אין די הימלישע באנק. ווען ער דארף עפעס ווענדט ער זיך צו זיין טאטן אין הימל, ער בעט, און ער באקומט. אויב ער באקומט נישט, דאן ווערט ער נישט אויפגערעגט ווייל ער ווייסט אז ער דארף מאכן א חשבון הנפש, בעטן מחילה, תשובה טוהן, און נאכאמאל דאווענען מיט ריינע אמונה אז השי"ת וויל און וועט אים זיכער העלפן.
השי"ת טוט מיט אונז א געוואלדיגע חסד מיט דעם וואס ער מאכט אז מיר זאלן זיך מוזן ווענדן צו אים ווען עס פעלט אונז עפעס. דער גרעסטער תענוג וואס א מענטש קען שפירן איז ווען ער שפירט גענצליך אנגעוויזן אין השי"ת. די גרעסטע זארג און פלאג איז ווען מען שפירט אז מען דארף זיך אליין באזארגן. דאס איז קליפת מצרים וואס פארוואנדלט געלט אין א גאט. אין יענע צייטן האט זיך עשירות געמאסטן לויט וויפיל מקנה מען האט פארמאגט, און די תאוות ממון האט אזוי געפלאקערט ביז די מצריים האבן זיך געבוקט צו זייער שאף וואס זיי האבן באטראכט אלס דער מקור פון זייער פארמעגן און לעבן.
שאלה: וויאזוי ווערט מען פטור פון תאוות ממון? וויאזוי איז זמן חרותנו מסוגל אונז צו באפרייען פון תאוות ממון?
תשובה: מען דארף מתפלל זיין, זיך אנגארטלען מיט אמונה ובטחון, און נאכאמאל מתפלל זיין. דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף מער שרייען אויף דעם ענין ווי אויף ענייני קדושה (ליקו"מ כ"ג).
די טאג טעגליכע עבודה ארויסצוגיין פון תאוות ממון איז דורך זיך צוגעוואוינען צו בעטן אויף פרנסה און הצלחה אפילו ווען מען האט די געלט אין קעשענע. און ווען מען בעט ווייל מען האט נישט, און נאכדעם באקומט מען וואס מען האט געבעטן, דאן דאנקט מען גלייך דעם באשעפער פארן חסד. אזוי איז מען זוכה צו דערהייבן "ממון" צו זיין שורש בקדושה, און אזוי איז מען זוכה צו שפירן אנגעוויזן אין השי"ת אויף יעדע זאך.
ווען מיר זענען ארויס פון מצרים זענען מיר ארויס פון אלע דמיונות פון טבע. דעם באשעפער'ס אפענע השגחה פרטית איז נתגלה געווארן און זיין ליבשאפט האט זיך ארויסגעוויזן דורך די זיסע הימלישע מן. מיר דערמאנען זיך דעם זיסן טעם, און מיר דערציילן מיט התפעלות זיינע וואונדער. וכל המרבה לספר ביציאת מצרים, ווי מער מען דערציילט און מען חזר'ט זיך איין אמונה, אלס מער איז מען זוכה ארויסצוגיין פון דער שיעבוד פון טבע. אזוי איז מען זוכה צו געדענקען אויף וועמען זיך צו פארלאזן, וואו זיך צו קערן אין נויט, און אויף וואס צו דאנקען שטענדיג.

0 תגובות

השאירו תגובה

Want to join the discussion?
Feel free to contribute!

כתיבת תגובה

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *