אונזער ירושה

ווען אן ערליכער איד מאכט די ברכה "אשר בחר בנו מכל העמים," האט ער אוודאי אינזין צו דאנקען השי"ת אז ער האט אונז אויסגעוועלט און אונז געגעבן די תורה. אבער עס קען זיך צומאל דאכטן, אפילו פאר א שומר תורה ומצוות, אז ער איז ח"ו נכשל געווארן אין א ברכה לבטלה. דאס געשעט נישט ווייל מען צווייפלט חלילה אין די געוואלדיגע גליק פון האבן די תורה, נאר דער ספק איז אויף ווי ווייט מיר האבן שייכות מיט דעם.

ווען עמיצער רעדט זיך אויס זיין שווער הארץ צו א חבר, און יענער איז אים מציע צו טרעפן אן עצה טובה פון די תורה, קען פאסירן אז ער זאל אוועקמאכן זיין חבר'ס פארשלאג אן צופיל מחשבה. ער לייקנט אוודאי נישט אין דער כח פון תורה, נאר ער האלט אז זיין לימוד התורה און קיום המצוות וואס איז ווייט פון שלימות, איז זיכער נישט גענוג אז עס זאל אוועקטרייבן זיינע דאגות אריינשיינען אין זיין לעבן.

א פאריאגטער בעל הבית בענקט זיך צו אלטע גוטע צייטן ווען ער איז געזעסן בהתמדה על התורה ועל העבודה. טיף אין הארץ שפירט ער זיין נשמה'ס דארשט, אבער יענע גוטע טעג זענען א ווייטע פארגאנגענהייט. יא, ער באטראכט תורה אלס א יקר המציאות, אבער ער אליין ליגט דאך אין אן אנדערע מציאות. לויט די אפגעשפארטע צייט און כח וואס ער געבט אוועק פאר תורה, וואונדערט ער זיך, וואס קען די תורה אים באמת צוגעבן צום לעבן?

***

געוואלדיגע געשעענישן זענען פארגעקומען אין די לעצטע פאר פרשיות. די נסים וועלכע האבן פאסירט מיט אונזערע עלטערן, האבן אויך פאסירט מיט אונז. מיר האבן געליטן א שווערע גלות. אינאיינעם מיט טויזנטע נשמות ישראל זענען מיר אריינגעפאלן אינעם טיפסטן תהום. דארט אונטן, האבן מיר געהערט דעם אויסרוף פונעם רעיה מהימנא, "והוצאתי וגאלתי". מיר זענען אריבער דעם ים מיט אותות ומופתים, און אצינד האלטן מיר ביי די וויכטיגסטע און גרעסטע היסטארישע מאמענט, מעמד הר סיני.

מיר זענען דארט געווען, מיר האבן געהערט, און מיר האבן מקבל געווען די תורה. אויב עמיצער וועט פרעגן איינער פון אונז, "ביסט אויך דארט געווען? האסטו מקבל געווען די תורה?" וועט ער פארקנייטשן זיין שטערן, פארוואונדערט. וואס א שאלה? אלע נשמות פון כלל ישראל זענען געשטאנען ביי דעם פארכטיגן מעמד. אוודאי האט ער מקבל געווען די תורה.

וואס וואלט דער זעלבער מענטש געענטפערט ווען מען פרעגט אים, "וואס האלסטו? האסטו היינט מצליח געווען צו מקיים זיין די תורה?"

וואס וואלט ער געענטפערט? אויב ער באהאלט נישט דעם אמת פון זיך אליין, דאן האלט ער גאנץ שוואך פון זיין קיום המצוות. ער ווייסט וואו ער האלט אויפן וועלט. נו, וואס זאל ער שוין זאגן אויף די פארשווענדטע צייט, דעם צושפילטן טאג, זיין פארפאטשקעטן סדר… דאס הייסט לימוד התורה? דאס הייסט קיום התורה? אוודאי נישט. ער איז אזוי זיכער אז ער האט נישט זוכה געווען דערצו, אז ער וואלט אפילו געשוואוירן דערויף.

אינצווישן די פארשווענדטע צייט פונעם צושפילטן טאג, האבן זיך בכל אופן אריינגעשווערצט עטליכע מצוות. דער איד האט לכאורה געטראגן טלית און תפילין, און מן הסתם האט ער זיך אפגעהאלטן פון אזעלכע איסורים ווי "בל תקיף" וואס עס פאלט אים אפילו נישט איין עובר צו זיין דערויף. ער האט אויך זוכה געווען צו זאגן א אידיש ווארט, קריאת שמע, ברכות. אבער דער איד איז נישט צופרידן, וכל זה איינו שווה. זיין אומצופרידנהייט קומט נישט ווייל ער האט נישט א שייכות מיט די תורה. די תורה ווערט געגעבן יעדן טאג, אויך אין אזעלכע טעג וואס גייען פארביי אן קיין הצלחה. די תורה ווערט געגעבן פאר יעדן איד, אבער צומאל ווייסט ער נישט וויאזוי עס צו מקבל זיין.

קבלת התורה איז נישט דווקא דורך לערנען במשך א גאנצע נאכט בשעת די פיס ליגן אריינגעשטעקט אין א שיסל קאלטע וואסער. מען קען זוכה זיין צו די תורה דורך אויסשטרעקן די הענט צו נעמען וואס דער בורא געבט אונז, פשוט'ע טאג-טעגליכע מצוות. ווי געשמאק איז אנצוטוהן ציצות! מיט אזא פשוט'ע מצוה באקליידט מען זיך מיט אלע תרי"ג מצוות וועלכע זענען תלוי דערין. אזא גרינגע מצוה געבט אונז די בעסטע סיבה זיך צו פרייען באמת, זיך ארויסצולאזן אין א טאנץ, און שעפן חיות אויף א גאנצן טאג.

***

"עַל מָה אָבְדָה הָאָרֶץ?" דאס איז געווען א שווערע שאלה וואס די חכמים און די נביאים האבן נישט געקענט ענטפערן דערויף, נאר הקב"ה אליין האט מפרש געווען "עַל עָזְבָם אֶת תּוֹרָתִי אֲשֶׁר נָתַתִּי לִפְנֵיהֶם, וְלֹא שָׁמְעוּ בְקוֹלִי, וְלֹא הָלְכוּ בָהּ."

חז"ל זאגן, "שֶׁלֹּא בֵּרְכוּ בַּתּוֹרָה תְּחִלָּה." אין יענע דור, האבן אידן עוסק געווען אין תורה, און עס האט נישט געפעלט קיין למדנים און יודעי ספר. אבער די מענטשן פון יענע דור האבן נישט געזען קיין סיבה צו זאגן ברכת התורה. זיי האבן נישט געשפירט קיין התרגשות פון זייער לערנען, און נישט געזען דערין קיין חידוש. אפשר האבן אידן זיך אפגעהאלטן פון מאכן די ברכה כדי עס זאל חלילה נישט זיין לבטלה. טייל האבן מן הסתם געהאלטן אז זיי האבן נישט אן אמת'ער חלק אין די תורה. וויאזוי קענען זיי מאכן א ברכה אויף די תורה אויב זיי היטן נישט רוב פון די מצוות? א ברכה אויף אזא סארט לימוד התורה וועט נאר זיין צו שאנד און צו שפאט. אזעלכע סארט לאגישע חשבונות האבן אנגעברענגט דעם חורבן.

**

טראצדעם וואס מיר האבן מקבל געווען די תורה בשעת א געוואלדיגע התגלות, איז די תורה פארוויקלט ארום א נעפל פון הסתרה און שכחה. מיר דארף זוכן דער חיות, די שפע, און די שמחה וואס ליגט באהאלטן דערין, כדי צו האבן כח עס צו קענען היטן און מקיים זיין. פונקט ווי מען שטרענגט זיך אן צו זוכן קלארקייט און הבנה אין לערנען, דארף מען זוכן די שמחה דערין. אויב מען זוכט נישט, ווערט מען פארלוירן. אין אזא סארט מצב קען מען צוקומען צו קלערן, ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס מיר האבן באמת מקבל געווען די תורה?

תורה איז א ירושה. עס איז צוגעגליכן צו א ריזיגע פאלאץ וואס אנטהאלט הונדערטע ווארט-זאלן, קארידארן, און צימערן. מען קען פארברענגען יארן און בלויז ארומשפאצירן אין דרויסנדיגע הויפן און זאלן. אדער קען מען זוכן א וועג אריינצוגיין טיף אינעווייניג, און אנדעקן וואונדערליכע שאץ-קאמערן.

צומאל האבן מיר דמיונות ארום דעם מושג פון "תורה". מיר האבן מחליט געווען א געוויסער מהלך וויאזוי צו גיין, און מיר האבן אויסגע'משל'ט פונקטליך וויאזוי עס דארף קלאפן. אבער דאס אליין פארקלאפט די טיר און לאזט אונז נישט אריינקומען אין פאלאץ. נאר די צדיקים מיט זייערע לויטערע אורות קענען אונז אריינברענגען טיף אינעווייניג. זיי צייגן אונז אונזער שייכות צו די ירושה, און זיי ווייזן אונז אונזער ספעציעלער חלק דערין.

עס דויערט צייט ארויסצוגיין פון דמיונות און אריינצוטרעטן אין די שערי תורה. אויך די בני ישראל זענען נישט אנגעקומען צו הר סיני אין איין טאג. נאכן ארויסגיין פון דער שיעבוד מצרים, האבן זיי זיך געמוזט רייניגן במשך מ"ט ימי הספירה. בשעת טעג האבן זיך געציילט, האבן זיך קליפות אפגעשיילט. נאר ווען די מחיצות פון אונזער דמיון זענען אוועקגעפאלן, האבן מיר געקענט מקבל זיין די תורה.

דאס איז אונזער ירושה. מיר האבן אן אייביגער חלק דערין, א שטענדיגע שייכות דערצו, א שמחה צו טרעפן דערין און א חיות צו לעבן דערפון.

 

זיך נישט פארלירן

יעקל איז געווען א דורכשניטליכער יונגערמאן, ביז דער טאג וואס זיין רייכער פעטער האט באשלאסן אים צו מאכן אן עושר. דער פעטער האט זיך ערנסט באצויגן צו זיין באשלוס. א איבערראשנדע בריוו איז איין שיינעם טאג ערשינען אין יענקל'ס פאסט-קעסטל, און קורץ דערנאך איז דער פעטער בכבודו ובעצמו ערשינען ביי יענקל'ס טיר. דער פעטער האט נישט געדארפט צופיל רעדן, ווייל יענקל האט זיך גלייך ארויפגעכאפט אויף די מציאה, און ער האט גלייך געכאפט די סודות פון די ביזנעס. ביז א קורצע צייט האט ער זיך אויסגעקענט אין די ביזנעס אזוי גוט ווי ער האט געקענט זיין שטוב. יענקל איז פארוואנדלט געווארן אין אן אפיציעלער ביזנעס-מאן, ער האט געקויפט און פארקויפט, און זיך איינגעקויפט א שם טוב אין דער ביזנעס-וועלט.
ערגעץ-וואו, אויפן וועג צו דערגרייכן די הויכפונקט פון גלאררייכע הצלחה, האט זיך זיין מזל צושפילט. עס איז בלויז געווען איין קליינע טעות מיט וואס ער האט זיך פאררעכנט, און נאר א ביסל טייער צייט איז אריבער ביז ער האט עס געכאפט. אבער עס האט אים אראגעשטופט פון שפיץ בארג און ער האט זיך געקייקלט מיט די חובות ביז יענקל האט זיך געטראפן אין א טיפע פלאנטער אן קיין וועג ארויס. בלית ברירה האט ער באשלאסן זיך צו ווענדן צו זיין רייכן פעטער.
אין זיין ווילדסטן חלום האט יענקל נישט גע'חלומ'ט צו ווערן אזוי אפגעפאטשט. איבערנאכט איז זיין ברייט-הארציגער פעטער געווארן א פרעמדער מענטש וועלכער האט אים נישט געוואלט קענען. דער בארג פון חובות האט געדרוקט אויף זיינע פלייצעס און אים געדרוקט צום וואנט. ער האט נישט געקענט צולאזן אז זיין פעטער'ס קאלטע אויפנאמע זאל אים צוקלאפן, און ער איז געגאנגען קלאפן ערגעץ אנדערש… אויף די שערי שמים. נאכן זיצן א שעה-צייט אין שול מיט אן אפענע תהלים און אן אפענע הארץ, האט ער זיך צוריקגעזעצט אין זיין אפיס. זיינע מחשבות זענען פארלייכטערט געווארן, און מיט ישוב הדעת האט ער איבערגעקלערט דעם גאנצן פלאנטער. עס האט אים אויפגעבליצט אן עצה וויאזוי ארויסצוקריכן פון אונטער דעם בארג חובות, און צוריק ארויפצוקריכן דעם בארג פון הצלחה. ביז א קורצע תקופה איז זיין ביזנעס נאכאמאל געשטאנען פעסט.
***
אן אומערווארטעטע בריוו האט נאכאמאל געלאנדעט אין זיין פאסט-קעסטל. דאס מאל איז עס נישט געווען א בשורה טובה. דער באנק האט אים גאר-דייטליך מודיע געווען אז זיין אקאונט איז אין א שוואכע מצב, זיינע טשעקס זענען צוריקגעקומען, און ריזיגע סומעס פון געלטער וואס ער האט געמיינט אז ער האט דארט געהאט, האבן באמת בכלל נישט עקזיסטירט חוץ אין זיין דמיון. מען האט אים אראפגערופן פאר א דרינגענדע זיצונג אין באנק. יענקל איז געגאנגען מיט וואקלדיגע טריט. אין קאפ האט ער זיך שוןי געזעגנט פון אלעס, פון זיין הויז, זיין רכוש, זיין שטעלע, און כמעט פון זיין לעבן.
יענקל איז געשטאנען ביים שוועל פון באנק-מענעדזשער'ס אפיס און ער האט געריבן זיינע אויגן, פארוואונדערט. וואס טוט דארט זיין רייכע פעטער, און וואס שמועסט ער מיטן מענעדזשער? צו-לאנג האט ער נישט געקענט שטיין אזוי פארקלאצט, ווייל דער מענעדזשער האט אים באמערקט און העפליך אריינגערופן מיט אן אויסגעשטרעקטע האנט. "קום אריין, ביטע." יענקל האט געקווענקלט אויב ער אליין איז נאך ביים זינען, "וואס גייט דא פאר, למען השם" האט ער זיך אונטערגעמורמלט.
"זעץ זיך אראפ, טייערער יענקל," האט דער פעטער געלייגט זיין האנט אויף יענקל'ס געבויגענע פלייצע, "וועסט שוין אלעס פארשטיין…"
***
"איך האב געוואלט אז דו זאלסט זיך לערנען עטליכע זאכן," האט דער פעטער פארענדיגט זיינע איבערראשנדע ווערטער. "ערשטנס, האב איך געוואוסט אז כל זמן דו וועסט זיך נישט אינגאנצן אריינלייגן אין די ביזנעס, וועסטו נישט קענען ווערן אן אמת'ער ביזנעס-מאן. עס איז נישטא נאך אזא גוטע וועג פון זיך לערנען, ווי וואס מען לערנט זיך ווען דער ביזנעס קראכט. נאר דעמאלט האסטו זיך באנוצט מיט אלעס וואס דו האסט געלערנט. צווייטנס, האב איך געוואלט אז דו זאלסט פארשטיין אז ביזנעס קען נאר מצליח מיט ישוב הדעת און און אויסגערעכנטקייט. איך בין אלעמאל דארט געווען, אונטער די קוליסן, און פונקליך געוואוסט וואס קומט פאר. יעצט ווייסטו אז דו האסט זיך געזארגט אומזיסט.דו ביסט יעצט געוואויר געווארן אז איך בין דא, און דו קענסט זיך פארלאזן אויף מיר, און פון יעצט זאלסטו אלעמאל געדענקען אז דו האסט נישט פון וואס מורא צו האבן אין דעם ביזנעס-וועלט. דו דארפסט נאר קענצענטרירן אויפן פינאנסישער חלק, און פרובירן צו גיין טריט נאך טריט. פחד קען דיר בלויז שטערן. גיי פאראויס מיט רואיגקייט און זיכערקייט…
***
דער סיפור פון יציאת מצרים איז מעורר א געוואלדיגע התפעלות. איין-איינציגע מאל אין די וועלט'ס היסטוריע האט דער בורא אוועקגענומען די נעפל פון טבע וואס וויקלט ארום די גאנצע בריאה. ער האט מגלה געווען אז אלעס פירט זיך אלעמאל מיט השגחה און ניסים. השי"ת האט אנטפלעקט זיין יד הגדולה ביי יציאת מצרים, און ער האט געוויזן א פנים פון חסד ורחמים פאר זיין פאלק. די וואונדערליכע הנהגה האט דערגרייכט די סאמע הויכפונקט ביי קריעת ים סוף. השי"ת האט איינגעצוימט דער גאנצער טבע מיט אלע זיינע כללים און ער האט אויפגעעפנט א וועג פאר זיין באליבטן פאלק. "טבע" האט געבויגן קאפ און אפענע "השגחה" איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך. השי"ת האט קלאר געוויזן ווער-איז-דא דער בעל הבית. ביז דער רגע וואס די חומות פון וואסער האבן געטראסקעט אויף די מצרי'שע מיליטערן, האט דער כח פון טבע געלאזט הערן זיין קול, מיט א געשריי פון "ארדוף אשיג". השי"ת האט געלאזט אז "טבע" זאל באווייזן זיין פולסטן כח, אבער מיטאמאל איז דער נס געשען, און דער חוק פון טבע איז איינגעשלינגען געווארן אינעם גרויסן ים.
א שרעקליכע מורא און א מורא'דיגע התגלות
אבער די מורא'דיגע התגלות ביים ים, איז נאר געקומען נאך א מורא'דיגע ענגשאפט און פחד. אויב הקב"ה האט מחליט געווען מבטל צו זיין אלע חוקי הטבע פאר די בני ישראל, דעמאלט פארוואס האט ער כביכול עס נישט געטוהן א מאמענט פריער? השי"ת וואלט געקענט איינשפארן דעם שרעקליכן פחד וואס כלל ישראל האט דורכגעמאכט ביז די מינוט וואס דער ים האט זיך געשפאלטן. אויך זענען זיי נישט געווען זיכער אז זיי זענען טאקע ניצל געווארן, ביז ווילאנג זיי האבן געזען די מצרים'ס קערפער ביים ברעג פון ים.
אין אנדערע צייטן וואלט אזא קושיא נישט געווען קיין קושיא. אין צייטן פון געווענליכע הסתרה, ווען טבע האט דער אויבערהאנט, פאסירט אויך מצבים פון "הסתרה בתוך הסתרה". השי"ת פארדעקט זיין הנהגה און השגחה, און ער לאזט אז פחד זאל שולט זיין, כדי צו שטעלן א נסיון פאר אידן. אבער ביי יציאת מצרים איז זיין הנהגה געווען א געוואלדיגע התגלות פון חסד ורחמים. פארוואס האט זיך אריינגעמישט אזעלכע טונקלע מאמענטן פון הסתרה, אינצווישן אזעלכע ריזיגע נסים ונפלאות?
קריעת ים סוף און דער מציאות פון לעבן
ביי יציאת מצרים האבן מיר טאקע גענאסן פון געוואלדיגע "מוחין". (ענני הכבוד האבן אונז ארומגענומען, און מיר האבן געשוועבט העכער) די גאולה האט געשיינט אויף אונז מיט שטראלן וואס האבן אונז ארומגענומען פון אלע זייטן. אבער די אורות האבן נאכנישט אריינגעדרינגען אינעווייניג, אין אונז. דערפאר האבן מיר געמוזט אריבערגיין דעם ים סוף, כדי יציאת מצרים זאל זיין נצחיות און עס זאל אריינדרינגען טיף אינעם עולם המעשה.
אין יענע מינוט וואס דער ים האט זיך געשפאלטן, זענען עטליכע זאכן געשען אויפאמאל. דער ים פון "חכמה" האט זיך דעמאלט געשפאלטן. די מעיינות פון חכמה האבן זיך געעפנט און ס'איז פארוואנדלט געווארן אין א מציאות'דיגע זאך. א מאמענט פריער האבן מעכטיגע פיזישע כוחות געברימט אונטערן רוקן, און בייזע כוואליעס האבן געדראעט פון אנטקעגן. דער שרעק האט אונז נישט געלאזט קיין אנדערן אויסוועג, נאר צו נעמען די מוחין און אורות וואס מיר האבן באקומען ביי יציאת מצרים, און עס פארוואנדלען אין "מזומן", גרייט צו נוצן אויף למעשה. נאר דעמאלט האט זיך דער ים פון חכמה געשפאלטן און אריינגעדרינגען אין דער מציאות פון אונזער לעבן. ווייל דעמאלט ווען מיר האבן געשפירט די אימה און פחד אויף אונזערע ביינער, האבן מיר פארשטאנען אז "גם שם נמצא השם יתברך".
דעמאלט האבן מיר אויך געלערנט אז קיינמאל טארן מיר זיך נישט פארלירן, ווייל מיר זענען קיינמאל נישט פארלוירן. השי"ת איז שטענדיג דארט אונטער די קוליסן, און ער כביכול פלאנט אויס די גאנצע פארשטעלונג פון די וועלט. השי"ת האט א קלארע מטרה. ער וויל אז מיר זאלן עפענען אונזערע קעפ און הערצער און ארייננעמען אין זיך וואס מיר לערנען, און עס אנהויבן נוצן למעשה. ער ווייסט אז מיר וועלן דאס נישט קענען באווייזן אן דעם וואס מען שפירט דעם ציפ פון פחד. כדי צו נעמען די לימודים און איבערקערן צו א ממשית'דיגע זאך, מוז מען זיך אריינלייגן אין אמונה. און "אמונה" איז נישט נאך איינע פון די לימודים וואס מען לערנט. "אמונה" איז וואס מען לערנט זיך אויפן גוף ממש.
אין אונזער לעבן דארפן מיר דורכשווימען א ים, און מיר דארפן דאס טוהן מתוך שמחה, הלל, און הודאה, ווייל השי"ת העלפט נישט נאר ביים סוף, נאר ער איז מיט אונז אין אלע פארנעפלטע וועגן. אין אלע וועגן וואס ער פירט אונז, נעמט ער אונז צו אים, אבער אויך אונטערוועגנס איז ער מיט אונז.

דער שורש וואס שטעקט אונטער די פראבלעם

דער שורש וואס שטעקט אונטער די פראבלעם

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א פארדעכטיגטע ווינקל אין קאך, וואס איז געווען עטוואס פייכט ביים אנטאפן. עס האט נישט געהאלפן אפצואווישן, און מען האט נישט געקענט פארווישן די פראבלעם. אין אנהויב האט זיך קיינער נישט געוואלט קימערן אויף דעם, אבער נאכדעם ווען שפאלטן האבן זיך באוויזן אין אלע זייטן ארום יענע ווינקל, האט מען עס שוין נישט געקענט איגנארירן. א פלאמבער איז געקומען און אוועקגעגאנגען אן איבערלאזן א באדייטנדע עצה אדער לעזונג, און אויך נאך אים האבן כל מיני פאכלייט ארויפגעקאטשעט זייער ארבל, אבער צום סוף נישט געקענט דערגיין וואס עס טוט זיך אונטערן וואנט. ענדליך האט מען אראפגערופן א גרויסער מומחה, א בויער, און ער האט באשטעטיגט אז "ס'איז פארהאן א יסודות'דיגע פראבלעם. די פונדעמענט פונעם הויז איז לכתחילה נישט גוט געבויט. עס פאדערט זיך א גרויסע ריקאנסטראקשן ארבעט."

**

אסאך מאל גייט די לעבן שווער. די שוועריקייטן שפראצן ארויס דא און דארט אן קיין ווארענונג און אן קיין הסבר, צושטערנדיג די שוואונג פון א נארמאלע לעבנסשטייגער. זאכן ווערן קאמפליצירט, און ס'איז שווער זיך צו אריאנטירן און זיך אויסרעכענען. אסאך מאל פרעגט זיך א מענטש, "פארוואס?" פארוואס גייט אים נישט אזוי ווי ער וואלט זיך געוואונטשן אדער גערישט. ווי לאנג וועט דער מצב אזוי אנגיין? ווי לאנג קען ער אנגיין? אונטער אלע פראגע צייכנס שטעקט דער עיקר שאלה, "וואס וויל מען בעצם פון מיר?"

אויב וויל מען צוקומען צו די תשובה פון די שאלה, דארף מען וויסן וויאזוי אנצוקוקן די פראבלעם. טאמער זוכט מען תירוצים, גורמים, און הסברים, דאן טרעפט מען זיך שווימען אין א מבול פון מעגליכקייטן ווייל ס'איז פארהאן אן א שיעור תירוצים פארוואס א פראבלעם געשעט. און א תירוץ אדער הסבר וועט דיר גארנישט העלפן, און אויך נישט אויסמיידן ווייטערדיגע פראבלעמען, ווייל דו קענסט זיך נישט באווארענען. די קומענדיגע מאל וועט זיין אן אנדערע תירוץ פארוואס די זעלבע פאנטשער האט פאסירט.

פארוואס קומען מיר נישט צו צו די ענטפער? אייגנטליך, קומט די ענטפער צו צו אונז, אבער מיר דארפן מסכים זיין עס צו הערן. מיר דארפן פשוט פועל'ן ביי זיך מקבל צו זיין דעם אמת.

די תורה קומט אונז לערנען אז די וועלט איז נישט הפקר. יש דין ויש דיין. יעדע מעשה, דיבור, און מחשבה האט אן השפעה, גוטס אדער חלילה פארקערט. אויב מיר שפאנען אין ריכטיגן ריכטונג, דאן זענען מיר גורם התקרבות להשם. אויב מיר גליטשן זיך חלילה אויס, דאן האבן מיר זיך דערווייטערט פון השי"ת. צוליב זיין גרויסע רחמנות, לאזט השי"ת נישט אז מיר זאלן זינקען אין בלאטע אן צו פארזוכן די ביטערקייט פון די לאך וואו מיר געפונען זיך. יעדע נישט ריכטיגע נייגונג ברענגט א רעאגירונג, כביכול, כדי אונז אויפצואוועקן, "דו גייסט נישט גוט, קער זיך צוריק!"

יעדע פראבלעם און שוועריקייט איז בעצם נישט א פראבלעם. די פראבלעם איז ווען מען טייטשט עס נישט גוט אויס, און מען קומט מיט תרעומות, "וואס וויל מען שוין פון מיר…", אנשטאט זיך צו פרעגן מיט אויפריכטיגקייט, "וואס וויל מען טאקע פון מיר, און וואס קען איך דא מתקן זיין?"

אבער אויב מיר וועלן באמת קוקן אויפן בילד, וועלן מיר זען אז מיר זעען נישט די גאנצע בילד. פארקערט, צומאל זעען מיר בלויז די פארקערטע זייט פון אן אויסגעשטריקטע מייסטערווערק. מיר זעען די קניפן און די פלאנטערס פון לעבן. מיר זעען נישט די חכמה, די קונצליכע ארבעט, די פראכט וואס שיינט פון די אנדערע זייט. אבער מיר ווייסן אז יעדע פארקניפטע שטריק האט א תכלית, א סיבה, און אן ענטפער. אלעס איז אין די הענט פונעם מייסטער, דער בורא ברוך הוא. ער אליין שטריקט אויס מיין לעבן, גענוי פאר מיין טובה. יעדע פראבלעם און יעדע זאך וואס איך גיי דורך אין לעבן, איז געאייגנט ספעציעל פאר מיר, מיר צו דערנענטערן צו אים. און אפילו ווען איך שפיר יסורים, איז עס ווייל ער האט מיר אינזין. דערפאר בין איך טאקע זייער אינטערעסירט צו וויסן "וואס וויל מען פון מיר? וואס קען איך טוהן טאקע צו ערפילן דעם בורא'ס באגער, און במילא וועט פארשוואונדן ווערן מיין שטער?"

אויף דעם דארף מען האבן הכנעה. מען דארף מקבל זיין דעם מצב מיט שמחה און אמונה, און ווען מען קוקט אן דעם מצב ריכטיג, דאן האט מען שוין אסאך וואס צו רעדן מיט השי"ת.

ווען וועלן מיר פארשטיין וואס מען וויל פון אונז…

ווען מיר זענען ארויס פון מצרים, האבן מיר זוכה געווען צו גאולה. אבער די גאולה האט נישט לאנג אנגעהאלטן. נאך א שטיק צייט האבן מיר זיך ווידער געטראפן אין גלות, א גלות וואס ציעט זיך אזוי לאנג, און מיר פרעגן זיך "ווי לאנג נאך?"

די תורה איז אונז מודיע, "אם בחוקותי תלכו". דער גלות האט עפעס א מטרה. מען טיילט אונז נישט צער אומזיסט, חלילה. מען וויל עפעס פון אונז, פארשטיי וואס מען וויל! דער רבוש"ע וויל אונז חלילה נישט אפבריען מיט יסורים, ער וויל אז מיר זאלן זיך, מיט זיין הילף, אריינבאקן אמונה אין אונזער נפש. ער וויל אז מיר זאלן פארשטיין אז מען קען אלעס מתקן זיין אזוי גרינג, ווייל מען פאדערט נישט פון אונז עפעס וואס איז העכער פון אונזער השגה. מען דארף בלויז אנהויבן צו נייגן אן אויער צו דעם באשעפער'ס חוקים.

ווען מיר פארשטייען דאס, זעען מיר אז בעצם איז נישט פארהאן קיין פראבלעמען. אלע פראבלעמען זענען בעצם עצות פון כביכול, אונז אויפצואוועקן און דערנענטערן צו אים. נאכן שפירן די ווייטאג פון א קלאפ, איז מען מער פארזיכטיג נישט צו פאלן. אויף דעם דארף מען האבן הכנעה. איך בין מקבל באהבה וואס השי"ת שיקט מיר. איך בין מסכים צו מאכן א חשבון הנפש. אזוי וועל איך באמת טרעפן די ענטפער צו די שאלה "וואס וויל מען פון מיר". ווען איך טרעף אליין די עצה זיך צו דערנענטערן צו השי"ת, דאן דארף מען מיר נישט שיקן אנדערע עצות, פראבלעמען מיר אויפצואוועקן. און ווען איך בין וואך, שפאן איך אין די ריכטיגע וועג אן צו בלאנדשען.

מיר שפאנען יעצט נענטער און נענטער צו שבועות און צו מתן תורה. קבלת התורה טוישט אונזער לעבן אינגאנצן. עס מאכט אונז איינזען אז די וועלט האט אונז גארנישט צו אפפערן חוץ התקרבות להשם. אויסער דעם, איז אן אנדערע גליק בלויז א פאלשע בליק, א פאנטאזיע. א לעבן מיט די תורה איז א "מעין עולם הבא". די וועג צו קבלת התורה איז ספירת העומר, ציילן יעדן טאג, יעדע טריט, אפילו ווען מען האט נישט קיין התרגשות, און מען זעט נישט תוצאות. אזוי קומט מען אן צו א לעבן פון תורה, א לעבן פון השגחה, און א לעבן פון אמונה אז אלעס איז לטובה.

 

שירה חדשה שבחו גאולים

יענקל איז געווען א דורכשניטליכער יונגערמאן, ביז דער טאג וואס זיין רייכער פעטער האט באשלאסן אים צו מאכן אן עושר. דער פעטער האט זיך ערנסט באצויגן צו זיין באשלוס. אן איבערראשנדע בריוו איז איין שיינעם טאג ערשינען אין יענקל'ס פאסט-קעסטל, און קורץ דערנאך איז דער פעטער בכבודו ובעצמו ערשינען ביי יענקל'ס טיר. דער פעטער האט נישט געדארפט צופיל רעדן, ווייל יענקל האט זיך גלייך ארויפגעכאפט אויף די מציאה, און ער האט גלייך געכאפט די סודות פון די ביזנעס. ביז א קורצע צייט האט ער זיך אויסגעקענט אין די ביזנעס אזוי גוט ווי ער האט געקענט זיין שטוב. יענקל איז פארוואנדלט געווארן אין אן אפיציעלער ביזנעס-מאן, ער האט געקויפט און פארקויפט, און זיך איינגעקויפט א שם טוב אינעם ביזנעס-וועלט.

ערגעץ-וואו, אויפן וועג צו דערגרייכן די הויכפונקט פון גלאררייכע הצלחה, האט זיך זיין מזל צושפילט. עס איז בלויז געווען איין קליינע טעות מיט וואס ער האט זיך פאררעכנט, און נאר א ביסל טייער צייט איז אריבער ביז ער האט עס געכאפט. אבער עס האט אים אראגעשטופט פון שפיץ בארג און ער האט זיך געקייקלט מיט די חובות, ביז יענקל האט זיך געטראפן אין א טיפע פלאנטער אן קיין וועג ארויס. בלית ברירה האט ער באשלאסן זיך צו ווענדן צו זיין רייכן פעטער.

אין זיין ווילדסטן חלום האט יענקל נישט גע'חלומ'ט צו ווערן אזוי אפגעפאטשט. איבערנאכט איז זיין ברייט-הארציגער פעטער געווארן א פרעמדער מענטש וועלכער האט אים נישט געוואלט קענען. דער בארג פון חובות האט געדרוקט אויף זיינע פלייצעס און אים געדרוקט צום וואנט. ער האט נישט געקענט צולאזן אז זיין פעטער'ס קאלטע אויפנאמע זאל אים צוקלאפן, און ער איז געגאנגען קלאפן ערגעץ אנדערש… אויף די שערי שמים. נאכן זיצן א שעה-צייט אין שול מיט אן אפענע תהלים און אן אפענע הארץ, האט ער זיך צוריקגעזעצט אין זיין אפיס. זיינע מחשבות זענען פארלייכטערט געווארן, און מיט ישוב הדעת האט ער איבערגעקלערט דעם גאנצן פלאנטער. עס האט אים אויפגעבליצט אן עצה וויאזוי ארויסצוקריכן פון אונטער דעם בארג חובות, און צוריק ארויפצוקריכן דעם בארג פון הצלחה. ביז א קורצע תקופה איז זיין ביזנעס נאכאמאל געשטאנען פעסט.

***

אן אומערווארטעטע בריוו האט נאכאמאל געלאנדעט אין זיין פאסט-קעסטל. דאס מאל איז עס נישט געווען א בשורה טובה. דער באנק האט אים גאר-דייטליך מודיע געווען אז זיין אקאונט איז אין א שוואכע מצב, זיינע טשעקס זענען צוריקגעקומען, און ריזיגע סומעס פון געלטער וואס ער האט געמיינט אז ער האט דארט געהאט, האבן באמת בכלל נישט עקזיסטירט חוץ אין זיין דמיון. מען האט אים אראפגערופן פאר א דרינגענדע זיצונג אין באנק. יענקל איז געגאנגען מיט וואקלדיגע טריט. אין קאפ האט ער זיך שוין געזעגנט פון אלעס, פון זיין הויז, זיין רכוש, זיין שטעלע, און כמעט פון זיין לעבן.

יענקל איז געשטאנען ביים שוועל פון באנק-מענעדזשער'ס אפיס און ער האט געריבן זיינע אויגן, פארוואונדערט. וואס טוט דארט זיין רייכע פעטער, און וואס שמועסט ער מיטן מענעדזשער? ער האט נישט געקענט שטיין אזוי פארקלאצט צו לאנג, ווייל דער מענעדזשער האט אים באמערקט און העפליך אריינגערופן מיט אן אויסגעשטרעקטע האנט. "קום אריין, ביטע." יענקל האט געקווענקלט אויב ער אליין איז נאך ביים זינען. "וואס גייט דא פאר, למען השם" האט ער זיך אונטערגעמורמלט.

"זעץ זיך אראפ, טייערער יענקל," האט דער פעטער געלייגט זיין האנט אויף יענקל'ס געבויגענע פלייצע, "וועסט שוין אלעס פארשטיין…"

***

"איך האב געוואלט אז דו זאלסט זיך לערנען עטליכע זאכן," האט דער פעטער פארענדיגט זיינע איבערראשנדע ווערטער. "ערשטנס, האב איך געוואוסט אז כל זמן דו וועסט זיך נישט אינגאנצן אריינלייגן אין די ביזנעס, וועסטו נישט קענען ווערן אן אמת'ער ביזנעס-מאן. עס איז נישטא נאך אזא גוטע וועג פון זיך לערנען, ווי וואס מען לערנט זיך ווען דער ביזנעס קראכט. נאר דעמאלט האסטו זיך באנוצט מיט אלעס וואס דו האסט געלערנט. צווייטנס, האב איך געוואלט אז דו זאלסט פארשטיין אז אין ביזנעס קען מען נאר מצליח מיט ישוב הדעת און אויסגערעכנטקייט. איך בין אלעמאל דארט געווען, אונטער די קוליסן, און פונקליך געוואוסט וואס קומט פאר. יעצט ווייסטו אז דו האסט זיך געזארגט אומזיסט.דו ביסט יעצט געוואויר געווארן אז איך בין דא, און דו קענסט זיך פארלאזן אויף מיר, און פון יעצט זאלסטו אלעמאל געדענקען אז דו האסט נישט פון וואס מורא צו האבן אינעם ביזנעס-וועלט. דו דארפסט זיך נאר קאנצענטרירן אויפן פינאנסישער חלק, און פרובירן צו גיין טריט נאך טריט. פחד קען דיר בלויז שטערן. גיי פאראויס מיט רואיגקייט און זיכערקייט…

***

דער סיפור פון יציאת מצרים איז מעורר א געוואלדיגע התפעלות. איין-איינציגע מאל אין די וועלט'ס היסטוריע האט דער בורא אוועקגענומען די נעפל פון טבע וואס וויקלט ארום די גאנצע בריאה. ער האט מגלה געווען אז אלעס פירט זיך אלעמאל מיט השגחה און ניסים. השי"ת האט אנטפלעקט זיין יד הגדולה ביי יציאת מצרים, און ער האט געוויזן א פנים פון חסד ורחמים פאר זיין פאלק. די וואונדערליכע הנהגה האט דערגרייכט די סאמע הויכפונקט ביי קריעת ים סוף. השי"ת האט איינגעצוימט דער גאנצער טבע מיט אלע זיינע כללים און ער האט אויפגעעפנט א וועג פאר זיין באליבטן פאלק. "טבע" האט געבויגן קאפ און אפענע "השגחה" איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך. השי"ת האט קלאר געוויזן ווער איז דא דער בעל הבית. ביז דער רגע וואס די חומות פון וואסער האבן געטראסקעט אויף די מצרי'שע מיליטערן, האט דער כח פון טבע געלאזט הערן זיין קול, מיט א געשריי פון "ארדוף אשיג". השי"ת האט געלאזט אז "טבע" זאל באווייזן זיין פולסטן כח, אבער מיטאמאל איז דער נס געשען, און דער חוק פון טבע איז איינגעשלונגען געווארן אינעם גרויסן ים.

א שרעקליכע מורא און א מורא'דיגע התגלות

אבער די מורא'דיגע התגלות ביים ים, איז נאר געקומען נאך א מורא'דיגע ענגשאפט און פחד. אויב הקב"ה האט מחליט געווען מבטל צו זיין אלע חוקי הטבע פאר די בני ישראל, דעמאלט פארוואס האט ער כביכול עס נישט געטוהן א מאמענט פריער? השי"ת וואלט געקענט איינשפארן דעם שרעקליכן פחד וואס כלל ישראל האט דורכגעמאכט ביז די מינוט וואס דער ים האט זיך געשפאלטן. אויך זענען זיי נישט געווען זיכער אז זיי זענען טאקע ניצל געווארן, ביז ווילאנג זיי האבן געזען די מצרים'ס קערפער ביים ברעג פון ים.

אין אנדערע צייטן וואלט אזא קושיא נישט געווען קיין קושיא. אין צייטן פון געווענליכע הסתרה, ווען טבע האט דער אויבערהאנט, פאסירט אויך מצבים פון "הסתרה בתוך הסתרה". השי"ת פארדעקט זיין הנהגה און השגחה, און ער לאזט אז פחד זאל שולט זיין, כדי צו שטעלן א נסיון פאר אידן. אבער ביי יציאת מצרים איז זיין הנהגה געווען א געוואלדיגע התגלות פון חסד ורחמים. פארוואס האט זיך אריינגעמישט אזעלכע טונקלע מאמענטן פון הסתרה, אינצווישן אזעלכע ריזיגע נסים ונפלאות?

קריעת ים סוף און דער מציאות פון לעבן

ביי יציאת מצרים האבן מיר טאקע גענאסן פון געוואלדיגע "מוחין". די גאולה האט געשיינט אויף אונז מיט שטראלן וואס האבן אונז ארומגענומען פון אלע זייטן. אבער די אורות האבן נאכנישט אריינגעדרינגען אינעווייניג, אין אונז. דערפאר האבן מיר געמוזט אריבערגיין דעם ים סוף, כדי דער נס פון יציאת מצרים זאל זיין נצחיות און עס זאל אריינדרינגען טיף אינעם עולם המעשה.

אין יענע מינוט וואס דער ים האט זיך געשפאלטן, זענען עטליכע זאכן געשען אויפאמאל. דער ים פון "חכמה" האט זיך דעמאלט געשפאלטן. די מעיינות פון חכמה האבן זיך געעפנט און ס'איז פארוואנדלט געווארן אין א מציאות'דיגע זאך. א מאמענט פריער האבן מעכטיגע פיזישע כוחות געברימט אונטערן רוקן, און בייזע כוואליעס האבן געדראעט פון אנטקעגן. דער שרעק האט אונז נישט געלאזט קיין אנדערן אויסוועג, נאר צו נעמען די מוחין און אורות וואס מיר האבן באקומען ביי יציאת מצרים, און עס פארוואנדלען אין "מזומן", גרייט צו נוצן אויף למעשה. נאר דעמאלט האט זיך דער ים פון חכמה געשפאלטן און אריינגעדרינגען אין דער מציאות פון אונזער לעבן. ווייל דעמאלט ווען מיר האבן געשפירט די אימה און פחד אויף אונזערע ביינער, האבן מיר פארשטאנען אז "גם שם נמצא השם יתברך".

דעמאלט האבן מיר אויך געלערנט אז קיינמאל טארן מיר זיך נישט פארלירן, ווייל מיר זענען קיינמאל נישט פארלוירן. השי"ת איז שטענדיג דארט אונטער די קוליסן, און ער כביכול פלאנט אויס די גאנצע פארשטעלונג פון די וועלט. השי"ת האט א קלארע מטרה. ער וויל אז מיר זאלן עפענען אונזערע קעפ און הערצער און ארייננעמען אין זיך וואס מיר לערנען, און עס אנהויבן נוצן למעשה. ער ווייסט אז מיר וועלן דאס נישט קענען באווייזן אן דעם וואס מען שפירט דעם ציפ פון פחד. כדי צו נעמען די לימודים און איבערקערן צו א ממשית'דיגע זאך, מוז מען זיך אריינלייגן אין אמונה. "אמונה" איז נישט נאך איינע פון די לימודים וואס מען לערנט. "אמונה" איז וואס מען לערנט זיך אויפן גוף ממש.

מיר דארפן דורכשווימען דער ים פון אונזער לעבן, אבער מיר קענען דאס טוהן מתוך שמחה, הלל, און הודאה, ווייל השי"ת העלפט נישט נאר ביים סוף, נאר ער איז מיט אונז אין אלע פארנעפלטע וועגן. אין אלע וועגן וואס ער פירט אונז, ברענגט ער אונז נענטער צו אים, אבער אויך אונטערוועגנס איז ער מיט אונז.

קריעת ים ההסתרה

ווען מיר שטייען ביים ברעג ים און מיר האבן נישט וואו צו לויפן, איז דער פחד דאס וואס מאכט אונז אריינקלערן, זיך מתבונן זיין, און זוכן אין ספרי צדיקים אן עצה און א וועג ארויס. אבער וויאזוי קענען מיר משיג זיין עפעס פון זייערע הייליגע ווערטער אין די צייטן ווען מיר האבן נישט קיין דעת? וויאזוי קען מען זיך אריינלייגן אין אמונה ווען מען ליגט ראשו ורובו אין הסתרה?

דער ענטפער צו דעם שטעקט אינעם סוד פון קריעת ים סוף, אזוי ווי רביז"ל איז דאס מסביר (לקו"ת סי' ח'). טויזנטע אידישע נשמות און ניצוצות הקדושה זענען געווען פארוואגלט אין גלות מצרים, געפאנגען אין פארשטעקט טיף אין דעם קליפה. דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן נישט האבן דעת און זיי זענען נישט געווען מסוגל צו דאווען א תפילה כראוי.

דער רבי איז אונז מגלה אז עס איז פארהאן א צדיק, א בעל כח גדול, וואס ער פארמאגט בחינת "מטה עוז", דער כח פון עזות דקדושה וואס קען מכפר זיין און מוחל זיין עוונות. מיט דעם כח האט משה ארויסגענומען די בני ישראל פון צווישן קליפת מצרים. ער האט אריינגעשטעקט זיין שטעקן אין מצרים'ס האלז, און אים מכריח געווען אויסצושפייען אלע גוטע נפשות ישראל וואס ער האט איינגעשלונגען.

ביים שפאלטן דעם ים איז דער קליפה צושפאלטן געווארן. איידער דעם נס, זענען די אידן נישט געווען מסוגל אריבערצוגיין דעם ים, ווייל די הסתרה איז געווען געדעכט און שטארק. ווען משה רבינו האט געשפאלטן דעם ים ההסתרה, האבן מיר געטראפן א וועג צו שפאנען אינעם ים. דער דעת וואס איז ביז דעמאלט געווען איינגעשלונגען אין מצרים, האט דאן צוריק אנגעהויבן שיינען. מיר זענען געווען מסוגל צו הערן א תוכחה, דאס הייסט מקבל זיין מחשבות טובות און זיך מעורר זיין צו תשובה אויף א ריכטיגן אופן.

אזוי געשעט אויך צו יעדן בפרטיות. עוונות פארשאפן הסתרה, און דער קליפה שלונגט איין דעם דעת ביז עס איז נישט מעגליך צו טרעפן א וועג אינעם ים פון שלעכטע מחשבות. אבער דער צדיק האט א מטה עוז, ער איז מכפר און מתקן עוונות, און מיט זיין מטה עוז צורייסט ער די געדעכטע נעפל פון הסתרה. אזוי באקומט א מענטש צוריק זיין דעת. אינמיטן דער ים פון זיין מחשבות און בלבולים, טרעפט ער א וועג צו שפאנען און אריבערצוגיין דעם ים בשלום.

משיבת נפש פתיחה – אות א'

"פון יעדע שיחה מיינע קען מען זיין א כשר'ע איד," זאגט רבינו הק'. אויב א מענטש איז זיך מתבונן אין איינע פון דעם רבין'ס שיחות, קען עס אים באגלייטן א גאנצע לעבן, און ער וועט טרעפן דערין כל מיני רפואות אין יעדע צייט און אין יעדן מצב. באמת וואלט איין שיחה געווען גענוג, אבער רבינו האט ברוב רחמיו פארמערט זיינע תורות און שיחות כדי אונז צו מקרב זיין צו השי"ת, אזוי ווי ער זאגט "צוליב אונזערע גרויסע חלישות און די גרויסע התגברות פון א מענטש'ס יצר וואס איז זיך מתגבר אויף אים יעדן טאג, דארפן מיר עצות און התעוררות לעבודתו יתברך דורך פארשידענע וועגן. צומאל דארף א מענטש זיך מעורר זיין דורך איין וועג, דורך א געוויסע עבודה, דורך וואס עס שיינט אים אריין פון א געוויסע תורה. אן אנדערע מאל ווערט ער נישט נתעורר דורך די זעלבע תורה, נאר דורך אן אנדערע תורה, לויט דער מענטש און לויט זיין מדרגה, לויט דער זמן און מקום וואו ער געפונט זיך, טעמו וראו כי טוב ה' (הקדמת ר' נתן לספה"ק ליקוטי מוהר"ן).

דער טשעהרינער רב ז"ל האט מלקט געווען א געוואלדיגע קובץ פון אלע דיבורי התחזקות פון רבינו הקדוש, און ער האט עס מסדר געווען אין זיין ספר "אוצר היראה". הר"ר אלתר טעפליקער ז"ל האט געדרוקט א ספר וואס איז א יסוד אין דרכי התחזקות, דער ספר "משיבת נפש". צוליב א מענטש'ס פארשידענע מצבים און קטנות הדעת דארפן מיר פיל סמים און רפואות. הלוואי זאל איינע פון זיי אריינדרינגען און דערלעבן אונזער נפש.

אין דעם אפטיילונג וועלן מיר בעזהשי"ת ערקלערן א שטיקל פון דעם ספר "משיבת נפש", ווייל אין יעדע שיחת התחזקות איז פארהאן א ספעציעלע עצה. א מענטש דארף זיין בקי אין אלע עצות, כדי ער זאל אלעמאל קענען אויפמישן אין זכרון עפעס א דיבור וואס איז שייך צו אים לויט וואו ער האלט.

השי"ת זאל אונז העלפן אז מיר זאלן קענען צולייגן אונזער הארץ צו יעדע דיבור התחזקות בפרטיות. עס זאל זיך אנכאפן אין אונז און זיך איינגלידערן אין אונזער נפש, און עס זאלן אונז טאקע העלפן, " , "כי עיקר הבנת התלמיד הוא על ידי הלב, כי הרב צריך לומר דברים המתיישבין על הלב, והתלמיד צריך ליתן הלב ולהתבונן במה שאמר הרב" (ליקוטי מוהר"ן תנינא צ"ב) א תלמיד'ס עיקר הבנה איז וואס ער פארשטייט דורך זיין הארץ. דער רבי דארף זאגן זאכן וואס דער הארץ פארשטייט, און דער תלמיד דארף צולייגן זיין הארץ און זיך מתבונןן זיין וואס דער רבי האט געזאגט.

דער עיקר איז זיך צו מתבונן זיין און מתבודד זיין אויף יעדע דיבור פון התחזקות, וויאזוי יעדע איינצלנע דיבור איז מיר באמת מחזק. אזוי ווי ביי א לימוד פון הלכה למעשה איז דער עיקר לדמות מילתא למילתא, זיך פארצושטעלן וויאזוי די הלכה איז שייך אין ענליכע אופנים.

ביאור סימן א'

'מי שרוצה לזכות לתשובה צריך להיות בקי ברצוא ובקי בשוב (ע"פ המבואר לקו"מ סי ו')

דער יסוד פון אלע דרכי התחזקות איז צו זוכן כבוד אלקי (וואס מיט דעם הייבט זיך אן די תורה אין ליקוטי מוהר"ן). וויאזוי איז "כבוד אלקי" טאקע דער שליסל צו התחזקות?

פיל וואונדערן זיך אויף דער עצם נושא פון התחזקות, וואס איז דער תועלת פון וויסן אז השי"ת האט מיר ליב און ער בארומט זיך מיט מיר, ווען איך בין אריבערגעגאנגען א שווערע טאג אדער א ליידיגע טאג און איך האב נישט משלים געווען מיינע טעגליכע לימודים, אדער נאך ערגער, אין א דורכפאל? בכלל, ביז ווילאנג וועל איך מוזן באלאנגען צו די "מתחזקים" (די צובראכענע וואס דארפן חיזוק), און פארוואס בין איך נישט פון די "מוצלחים" וואס ביי זיי קלאפט אלעס, אלעמאל?

באמת איז נישטא קיין תשובה צו די שאלה, ווייל אויב "כבוד עצמו" איז דער צענטער פון א מענטש'ס לעבן, דעמאלט זוכט ער נאר הצלחות און סיפוק דערפון. אין אזא מצב קען מען נישט פארשטיין דער תועלת פון "התחזקות". אזוי איז נישט מעגליך ארויסצוגיין פון עצבות און חלישת הדעת. א מענטש וואס האט זיך אריינגעלייגט אין קאפ א געוויסע וועג פון עבודת השם, און ער האט מחליט געווען אז נאר דאס איז גוט און ריכטיג, וועט ער קיינמאל נישט דערגרייכן דער סיפוק וואס ער וואונטשט זיך. אזוי וועט ער נישט מסכים זיין מיט דער אופן וויאזוי השי"ת פירט אים. אפילו אויב ער זאל יא קענען טרעפן וואס ער זוכט, וועט ער בלייבן ביי וואס ער האט משיג געווען און נישט שטרעבן אויף העכערס.

ווען א מענטש הערט זיך צו צו דברי רביה"ק וואס זענען מגלה אז דער עיקר עבודת האדם איז צו פארמינערן כבוד עצמו, דעמאלט באקומט ער אן אנדערע בליק אינגאנצן. מיט דעם פארשטייט ער אז זיין גאנצע שטרעבן דארף זיין נאר צו מעלה זיין כבוד שמים. דאס איז דארף זיין די כוונה בשעת'ן עוסק זיין אין תורה און אין מצות, צו גורם זיין נחת רוח פארן מלך מלכי המלכים. אמאל דורך תורה ותפילה, און אמאל דורך ביישטיין א נסיון, אדער סיי וועלכע אנדערע ענין וואס קומט אים אונטער. אין יעדע פאל פירט ער זיך אין אן אופן וואס איז דא דערביי כבוד שמים. דאס איז דאך דער תכלית פון בריאת העולם, ווי עס שטייט, "'לכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו."

אויף דעם יסוד זאגט רבינו, "מי שרוצה לשוב להשי"ת צריך לחגור מתניו שיתחזק עצמו בדרכי ה' תמיד בין בעליה בין בירידה." (משיבת נפש א') ווער עס וויל זיך צוריקקערן צו השי"ת דארף זיך אונטערגארטלען און זיך אלעמאל מחזק זיין אין דרכי ה', סיי ביי אן עליה, און סיי ביי א ירידה. ווייל דער התחלה איז זיך צו ווילן צוריקקערן צום כבוד ה'. ווען מען וויל זיך צוריקקערן צו ה', זוכט מען שטענדיג וואיזוי אים צו מכבד זיין מער און מער, פונעם פלאץ וואו מען געפונט זיך.

דערפאר וועט ער נישט בלייבן שטיין אויף זיין פלאץ בשעת אן עליה, ווייל ער וועט זיך נישט באגנוגן מיט דעם, נאר ער וועט זיין בקי ברצוא. זיין גאנצע רצון איז נאר צו מכבד זיין ה' און נישט בלויז צו דערגרייכן א געוויסע הישג.

פון צווייטן זייט, אפילו ווען מען פאלט דורך ח"ו, בשעת נסיונות, און אפילו מען האט גענידערט ח"ו לדיוטא תחתונה ר"ל, וועט ער זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, נאר זוכן און בעטן השי"ת זיך צו באהעפטן צו אים פון דער פלאץ וואו ער געפונט זיך. ווייל אין יעדע פאל האט ער א גרויסע שליחות פון ברענגען כבוד פאר השי"ת וועלכער איז "איתו ועמו ואצלו", אלעמאל מיט אים, און השי"ת שעפט נחת רוח פון זיין התחזקות אויך דארט.

דאס איז דער יסוד פון תשובה און דער כח צו ביישטיין וואס מען מוז דורכגיין, זיך אונטערצוגארטלען, און גלייך ביי די התחלה זאל מען מקבל זיין אויף זיך צו זוכן כבודו ית', בין בעליה ובין בירידה.

א מענטש זאל נישט זאגן, "וויאזוי קען איך דינען השי"ת?", "וויאזוי וועל איך דערגרייכן אזא דרגה?" ווייל ווען עס פירט זיך אסאך "שלא כסדר" פאר א לענגערע צייט, ער ווערט פארשעמט און צובראכן ביי זיך, דעמאלט דארף ער פארשטיין אז בהכרח מוז ער דורכגיין פיל מניעות כדי צו "שטעלן אין סדר" דאס וואס איז נישט אין ארדענונג. ער מוז מקבל זיין אלע בזיונות און שפיכות דמים, באהבה, פארוואנדלען אלעס אין "שתיקה" און נאכצולאזן "כבוד עצמו". נאר דורכדעם וועט ער באמת קענען אפלאזן יעדע אנדערע מחשבה און דער כבוד אלוקי וועט רוען אויף אים. אזוי וועט ער דערגרייכן די הבנה אז "כבוד עצמו" וועט ער שוין נישט קענען דערגרייכן, נאר "כבוד השם" איז וואס ער זוכט, און דאס קען ער אלעמאל געפונען אין יעדע תנועה.

ווען דער יסוד איז אמת'דיג, ער זוכט נאר כבוד אלקי, דעמאלט איז אלעמאל שייך זיך צו מחזק זיין כראוי.

 

ט"ו בשבט

שאלה: וואס איז די פנימיות'דיגע עבודה פון דעם מנהג צו עסן פירות חמשה עשר בשבט?

תשובה:

דער טאג ט"ו בשבט איז מסוגל צוריק אריינצוברענגען א רוחניות'דיגע חיות און אור פון נעימות וואס זעטיגט די נשמה.

דער טבע פון א מענטש איז אז ער שפירט זיין פיזישע באדערפענישן, אבער ער קען כמעט נישט שפירן דער תענוג און אור פון זיין נשמה, און לעבן פונעם זיסן טעם פון יראה און דביקות בהשם יתברך. אדם הראשון האט יא זוכה געווען צו שפירן די אור פון זיין נשמה, און ער האט שפאצירט אין גן עדן און געשעפט חיות און תענוג מזיו השכינה, אבער ווען ער האט געגעסן פונעם עץ הדעת און געזעטיגט זיין גוף, איז ער פארטריבן געווארן פון גן עדן און פון די רוחניות'דיגע תענוגים וואס ער האט דארט גענאסן.

צוליב דעם האט די תורה אונז באפוילן די מצוה פון ערלה. אזוי ווי דער מדרש זאגט (בראשית רבה כא, ז) "מִי יְגַלֶּה עָפָר מֵעֵינֶיךָ אָדָם הָרִאשׁוֹן, שֶׁלֹא יָכוֹלְתָּ לַעֲמֹד בַּצִּוּוּי אֲפִלּוּ שָׁעָה אַחַת, וַהֲרֵי בָּנֶיךָ מַמְתִּינִין לְעָרְלָה שָׁלשׁ שָׁנִים." פון דא זעען מיר דעם תיקון פארן חטא אדם הראשון, וועלכער האט זיך נישט איינגעהאלטן ביים עסן די פרי פונעם עץ הדעת. דורך די מצוה פון ערלה וואס מען ווארט דריי יאר פון ווען מען פלאנצט א נייע בוים ביז מען עסט די פירות, איז מען מתקן דער חטא. דורכדעם וואס מיר האלטן זיך צוריק, און מיר ווארטן פארן עסן, זענען מיר מתקן דעם פגם פון עסן פארן פיזישן גוף.

אבער דאס ווארטן אליין איז נישט גענוג. כדי צו קענען מתקן זיין דעם פגם, און מעורר זיין דעם קשר צווישן דעם מאכל און די נשמה, דארף מען נאכדעם ארויפגיין און ברענגען די פירות קיין ירושלים, אינעם פערדן יאר. דארט אין ירושלים ווערט אנטפלעקט די נעימות און דעם קשר מיט השי"ת, דורך די שירות פון די לויים און די מחילות עוונות דורך עבודה און קרבנות. דער תיקון און דער אופן פון ערנערן די נשמה, איז דווקא דורך עסן די פירות אין ירושלים, בקדושה ובטהרה, ווי עס שטייט (ויקרא יט כד), "וּבַשָּׁנָה הָרְבִיעִת… קֹדֶשׁ הִלּוּלִים לַה'."

ט"ו בשבט איז דער טאג ווען עס הייבט זיך אן חניטת הפרי, און חז"ל האבן דאס קובע געווען אלס אנפאנג יאר לגבי ערלה און נטע רבעי, ווייל דעמאלט הייבט זיך אן דער תיקון פון מכניע זיין דעם גוף און מחיה זיין די נשמה.

דערפאר עסן מיר מיני פירות מיט קדושה, דורך ברכות בכוונה, שירה והודאה, און דורך מעורר זיין ביי זיך התפעלות פונעם  חסד השם וואס ווערט אנטפלעקט אין די פארשידענע סארט טעמים און אויסזען פון די פירות. דורכדעם איז מען מתקן דעם חטא עץ הדעת וואס איז געקומען דורך פירות האילן, וואס האט אראפגעשלעפט דעם מענטש און אים געגעבן צו פארזוכן א טעם בלויז פארן פיזישן גוף.

למעשה: מען דארף עסן, און דעם דעת נישט פארגעסן. מען דארף עסן צו דער זעט, אבער זעטיגן די נשמה. ווייל ווען מען זוכט תענוג רוחני, פארזוכט מען דעם אמת'ן טעם.

שאלה: וואס איז דער קשר פון "ראש השנה" צו "טו בשבט"?

אין יעדן ראש השנה דארף מען ממתיק זיין דעם דין, מברר זיין און ארויסנעמען דעם דעת דקדושה פון צווישן די קליפות. דער דעת איז באהאלטן געווארן ביים חטא אדם הראשון, און דאס איז דער שורש פון אלע מצבים וואו דער דעת ווערט פארהוילן. פונקט ווי מען איז מתקן דעם חטא אום ראש השנה דורך המלכת השם יתברך, אזוי אויך קען דער חטא האבן א תיקון אין דעם טאג חמשה עשר בשבט, ראש השנה לאילנות. מיר קענען ארויסציען דעם דעת פון צווישן די קליפות און דעם אחיזת הסט"א, דורך עסן פירות בקדושה.

שאלה: וואס קען מען טוהן למעשה, כדי צוריקצוברענגען דעם דעת?

תשובה: דורך "תפילה בכח" ברענגט מען צוריק דעם דעת. אין צייטן ווען דער גוף איז שולט איז זייער שווער צו מתפלל זיין, ווייל די אור הדעת איז אין גלות. מען שפירט מבלבול און שוואך, כאילו מען האט נישט די יכולת זיך מייחד צו זיין מיט השי"ת און רעדן צו אים מיט ריינע לויטערע מחשבות, מתוך דביקות און יראת ה'. ווען מען שטעלט זיך צו דאווענען מיט קטנות הדעת, דאן דאכט זיך פארן סיטרא אחרא אז אט, אט וועט אים געלונגען איינצושלונגען דעם מענטש. אויב דער מענטש וועט זיך אנשטרענגען דווקא אין יענע מינוטן צו מתפלל זיין מיט כח, צו מכוון זיין וויפיל ער קען, נישט אריינצופאלן אין חלישות הדעת, און גלייבן אין זיין תפילה, וועט ער גורם זיין אז דער שטן זאל אויסשפייען דעם דעת און אים צוריקגעבן די אור פון זיין נשמה פונדאסניי, און דאס וועט אים ברענגען א פרישע התקרבות להשם.

ווען בלבול פארשטעלט דעם דעת, זאל מען נישט אפשטעלן די תפילה. דווקא דעמאלט דארף מען זיך שטעלן מיט מסירת נפש. דער כח צו שטיין בשעת קטנות, איז דורך התקשרות לצדיק. אזוי איז מען מקבל דער כח פונעם צדיק צו זיין מיט השי"ת אויך בשעת מען איז מתפלל בקטנות, און אזא סארט תפילה אפילו מתוך קטנות איז אמת'ע גדלות.

וואס איז דער שייכות צווישן ט"ו בשבט און שבת שירה?

שבת שירה קומט אלעמאל אויס נאנט צו ט"ו בשבט, אדער ביום חמשה עשר אליין. ווייל ט"ו בשבט איז דער ראש השנה לאילנות, דער אנפאנג פון די יאר לגבי ערלה און נטע רבעי, וואס דאס איז דער תיקון פארן חטא אדם הראשון. דער תיקון געשעהט דורך תפילה מיט כח. ווען מען שטייט און מען דאווענט אפילו מתוך חלישות הדעת, איז מען זוכה צו בקיעת המח. דאס עפנט א מענטש'ס מויל צו קענען זינגען און לויבן השי"ת.

דורך שירות ותשבחות פאר השי"ת איז מען זוכה צו דערהערן די פנימיות פון שבת שירה. דורך שפייז פאר די נשמה שפירט מען א טעם אין חמשה עשר בשבט. דורך אנדעקן דעם דעת, ערוועקט מען די רוחניות'דיגע חושים, צו הערן און צו שפירן רוחניות'דיגע פארגעניגן.

(עיין באריכות ליקוטי הלכות ערלה ג')