משיבת נפש סימן ב'

סימן ב':

עיקר גדולתו של הקדוש ברוך הוא, שגם הרחוקים ממנו יתברך מאוד מאוד גם הם יתקרבו לעבודתו, ובזה נתייקר ונתעלה שמו יתברך למעלה ולמטה. על כן אין לאדם לייאש עצמו מלהתקרב לעבודת השם מחמת שנתרחק מאד מהשם יתברך על ידי חטאיו המרובים אף שהרבה לעשות רע ח"ו, כי אדרבא, ממנו דייקא יתעלה וישתבח ויתגדל כבודו יתברך ביותר. אבל עיקר התקרבות הרחוקים להשם יתברך הוא על ידי צדיקי הדור (ע"פ ליקו"מ י').

די ידיעה וואס איז שייך פאר יעדן מענטש אין יעדן מצב, אז דווקא דורך אים ווערט דער כבוד ה' נתעלה, איז א יסוד גדול פאר א מענטש'ס התגברות בדרכי התשובה. וויאזוי קען מען משיג זיין די געוואלדיגע יסוד?

דער רבי לערנט אונז (לקו"מ סי' י'),  אז די ידיעה איז דער היפך פון גאווה, און דורכדעם איז מען מבטל אלע גיאות און ישות. פארשטייט זיך אז יעדע חיות וואס א מענטש האט פון סיי וועלכע עבודה און פעולה וואס ער טוט, איז אפהענגיג אין זיין ידיעה אז זיין עבודה האט א תועלת. די פראבלעם איז נאר אז דא בעוה"ז, קוקן מיר מיט א קורצזיכטיגע בליק, און מיר ווייסן נישט ריכטיג אפצושאצן א מצוה'ס אמת'ן ערך. מיר זענען געוואוינט צו מעסטן אונזערע מצוות לויט דער גודל און די כמות, אויפן זעלבן אופן ווי מיר שאצן יעדע גשמיות'דיגע זאך פון די וועלט.

וויאזוי מעסט זיך די אמת'ע חשיבות פון א מצוה? לויט וויפיל נחת רוח און התעלות כבוד שמים וואס ווערט דורכדעם. עס איז נישטא א גרעסערע חיזוק און סיפוק וואס א מענטש האט, ווי ווען ער איז מגלה אז דווקא דורך אים ווערט כבודו יתברך דערהויבן און טייער. די ידיעה אליין פולט אן זיין הארץ מיט שמחה, און דאס אליין איז א סיבה זיך ארויסצולאזן אין א טאנץ.

לויט ווי שטארק א מענטש איז מקורב צו צדיקים, אזוי שטארק ווערט אריינגעבאקן ביי אים דער יסוד פון דעם צוגאנג צו מצוות. דורך זייערע הייליגע רייד ווערט נתגלה דער רוח החיים פון אידישקייט און פשטות. יעדע מצוה באקומט אינגאנצן אן אנדערע יחס אין א מענטש'ס אויגן, און ער מעסט זיינע מעשים לויט וויפיל נחת רוח עס שאפט אויבן אין הימל. דער געדאנק שאפט אים סיפוק און שמחה. ער דארף נישט צוקומען צו מעסטן לויט גשמיות'דיגע שאצונגען וואס זענען גורם גאווה, און נאכדעם צער, ווען מען זעט אז מען האט נישט אנגעיאגט אדער נישט מצליח געווען צו טוהן וואס מען האט געוואלט און געפלאנט.

אפילו ווען א מענטש פאלט דורך און ער ווערט ח"ו נתרחק פון עבודתו יתברך, קען ער זיך מחיה זיין און מחדש זיין זיין עבודה, ווען ער ווייסט און ער אנערקענט אז אדרבא, דווקא דורך אים ווערט נתעלה שמו של השי"ת.

"כַּד אָתָא יִתְרוֹ וְאָמַר "כִּי עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹהִים', כְּדֵין אִתְיְקָר ואתעלא שְׁמָא עִלָּאָה." פון דעם מאמר הזוהר לערנט אונז דער רבי ז"ל א דבר נשגב, אז דעם באשעפער'ס נחת רוח איז צומאל דווקא דורך דעם נידריגסטן מענטש וועלכער איז זיך מקרב צו השי"ת, אזוי ווי יתרו, וועלכער איז געווען א גלח פון אלע עבודה זרות, און דווקא דורך אים איז בארומט געווארן שמו של קודשא בריך הוא. ווען א מענטש שפירט זיך זייער ווייט און עס איז אים שווער אנצוהייבן און אריינצוגיין אין קדושה, דארף ער זיך דערמאנען דעם אמת'ן יסוד. עס איז נישטא קיין חשוב'ערע זאך ווי מעלה זיין כבוד ה', און ווען א מענטש פארשטייט אז ער האט א געלעגנהייט דאס צו טוהן, וועט ער זיך מתגבר זיין און זיך מחזק זיין מיט וואס עס איז שייך. דווקא ווייל ער איז אזוי ווייט, קען ער מרבה זיין כבוד שמים, און דאס ברענגט אים א ספעציעלע התפעלות און שמחה.

***

דער רבי ז"ל לערנט אונז אזא חיזוק. וויאזוי קען איך עס נוצן למעשה?

איך האב אמאל געוואלט נוצן דעם געדאנק צו מחזק זיין א ידיד מיינער. עס איז אים געווען א חידוש, אבער ער האט זיך אנגעהויבן צו דינגען מיט מיר, ביז ער האט געזאגט, "אזעלכע גדולות קענסטו זיך אליין נעמען. בדיעבד'יגע התחזקות אינטערעסירט מיר נישט. איך זוך א לכתחילה'דיגע דרך פון הצלחה אין תורה ועבודה."

דער שורש פון אזא טענה שטעקט באמת פון גאוה, ווען א מענטש'ס בליק איז נאר געצילט אויף זיין אייגענע הצלחה, התקדמות, און התעלות. אויף אזא אופן קען ער נישט טרעפן קיין שמחה און סיפוק אין די ידיעה אז אויבן האט מען נחת רוח פון אים. דאס איז א שלעכטע מידה וואס קען אונטערגראבן א מענטש'ס יסודות האמונה, און עס פארמיידט אים פון שפירן אן אמת'ע הרגש פון קרבת ה'. אויב ער שפירט אז ער האט יא מצליח געווען אין תורה ועבודה, דאן קען ער זיך נישט ספראווען מיט זיין מיאוס'ע גאווה אז עס איז אים געלונגען. אויב ער האלט אז ער האט נישט מצליח געווען, דאן טרעפט ער נישט קיין חיזוק און אור פון פשוט'ע אמונה. דער רבי ז"ל לערנט אונז אז דאס איז געווען קרח'ס טעות וואס צוליב דעם איז ער אריינגעפאלן אין כפירה. אבער ווי אנדערש איז א מענטש'ס צוגאנג אויב זיין אינטערעסע איז געצילט צו מרבה זיין כבוד שמים.

א מענטש'ס הצלחה ווענדט זיך אין זיין ביטול הגאוה. אמת, עס דויערט א לאנגע צייט צו מבטל זיין די גאווה. עס איז נישטא א פשוט'ע קלארע עצה וויאזוי דאס צו עררייכן. א מענטש'ס טבע און מהות זענען אוועקגעשטעלט צו שעפן חיות פון אפענע הצלחה, און דער וועג פון ניצל ווערן דערפון איז דורך התקרבות לצדיק וועלכער געבט אים צו שפירן דעם טעם פון אמת'ע תורה. ווען מען אטעמט דעם רוח החיים וואס דער צדיק בלאזט אריין אינעם נפש, דעמאלט אנערקענט מען די ליידיגקייט פון גאוה און די נארישקייט פונעם טעות וואס שטופט אונז צו פאלשע הצלחה. דעמאלט וועט ער טרעפן א חיות פון מקיים זיין די תורה מיט פשטות, און אזוי וועט ער זיך מדבק זיין אין די פנימיות התורה. אפילו ווען ער וועט נאכאמאל פאלן, וועט ער נישט מיד ווערן נאר זיך דערמאנען, "אפילו איך שפיר אזוי דערווייטערט ווייל איך בין נאכאמאל דורכגעפאלן, בין איך נישט פארפאלן. דווקא יעצט קען איך מעלה זיין כבוד ה' דורך זיך נאכאמאל מחזק זיין און זיך מחדש זיין פונדאסניי."

השי"ת זאל אונז געבן די ריכטיגע בליק אויפן לעבן, אז מעלה זיין כבוד שמים זאל זיין אונזער שטרעבן.

 

משיבת נפש פתיחה – אות א'

"פון יעדע שיחה מיינע קען מען זיין א כשר'ע איד," זאגט רבינו הק'. אויב א מענטש איז זיך מתבונן אין איינע פון דעם רבין'ס שיחות, קען עס אים באגלייטן א גאנצע לעבן, און ער וועט טרעפן דערין כל מיני רפואות אין יעדע צייט און אין יעדן מצב. באמת וואלט איין שיחה געווען גענוג, אבער רבינו האט ברוב רחמיו פארמערט זיינע תורות און שיחות כדי אונז צו מקרב זיין צו השי"ת, אזוי ווי ער זאגט "צוליב אונזערע גרויסע חלישות און די גרויסע התגברות פון א מענטש'ס יצר וואס איז זיך מתגבר אויף אים יעדן טאג, דארפן מיר עצות און התעוררות לעבודתו יתברך דורך פארשידענע וועגן. צומאל דארף א מענטש זיך מעורר זיין דורך איין וועג, דורך א געוויסע עבודה, דורך וואס עס שיינט אים אריין פון א געוויסע תורה. אן אנדערע מאל ווערט ער נישט נתעורר דורך די זעלבע תורה, נאר דורך אן אנדערע תורה, לויט דער מענטש און לויט זיין מדרגה, לויט דער זמן און מקום וואו ער געפונט זיך, טעמו וראו כי טוב ה' (הקדמת ר' נתן לספה"ק ליקוטי מוהר"ן).

דער טשעהרינער רב ז"ל האט מלקט געווען א געוואלדיגע קובץ פון אלע דיבורי התחזקות פון רבינו הקדוש, און ער האט עס מסדר געווען אין זיין ספר "אוצר היראה". הר"ר אלתר טעפליקער ז"ל האט געדרוקט א ספר וואס איז א יסוד אין דרכי התחזקות, דער ספר "משיבת נפש". צוליב א מענטש'ס פארשידענע מצבים און קטנות הדעת דארפן מיר פיל סמים און רפואות. הלוואי זאל איינע פון זיי אריינדרינגען און דערלעבן אונזער נפש.

אין דעם אפטיילונג וועלן מיר בעזהשי"ת ערקלערן א שטיקל פון דעם ספר "משיבת נפש", ווייל אין יעדע שיחת התחזקות איז פארהאן א ספעציעלע עצה. א מענטש דארף זיין בקי אין אלע עצות, כדי ער זאל אלעמאל קענען אויפמישן אין זכרון עפעס א דיבור וואס איז שייך צו אים לויט וואו ער האלט.

השי"ת זאל אונז העלפן אז מיר זאלן קענען צולייגן אונזער הארץ צו יעדע דיבור התחזקות בפרטיות. עס זאל זיך אנכאפן אין אונז און זיך איינגלידערן אין אונזער נפש, און עס זאלן אונז טאקע העלפן, " , "כי עיקר הבנת התלמיד הוא על ידי הלב, כי הרב צריך לומר דברים המתיישבין על הלב, והתלמיד צריך ליתן הלב ולהתבונן במה שאמר הרב" (ליקוטי מוהר"ן תנינא צ"ב) א תלמיד'ס עיקר הבנה איז וואס ער פארשטייט דורך זיין הארץ. דער רבי דארף זאגן זאכן וואס דער הארץ פארשטייט, און דער תלמיד דארף צולייגן זיין הארץ און זיך מתבונןן זיין וואס דער רבי האט געזאגט.

דער עיקר איז זיך צו מתבונן זיין און מתבודד זיין אויף יעדע דיבור פון התחזקות, וויאזוי יעדע איינצלנע דיבור איז מיר באמת מחזק. אזוי ווי ביי א לימוד פון הלכה למעשה איז דער עיקר לדמות מילתא למילתא, זיך פארצושטעלן וויאזוי די הלכה איז שייך אין ענליכע אופנים.

ביאור סימן א'

'מי שרוצה לזכות לתשובה צריך להיות בקי ברצוא ובקי בשוב (ע"פ המבואר לקו"מ סי ו')

דער יסוד פון אלע דרכי התחזקות איז צו זוכן כבוד אלקי (וואס מיט דעם הייבט זיך אן די תורה אין ליקוטי מוהר"ן). וויאזוי איז "כבוד אלקי" טאקע דער שליסל צו התחזקות?

פיל וואונדערן זיך אויף דער עצם נושא פון התחזקות, וואס איז דער תועלת פון וויסן אז השי"ת האט מיר ליב און ער בארומט זיך מיט מיר, ווען איך בין אריבערגעגאנגען א שווערע טאג אדער א ליידיגע טאג און איך האב נישט משלים געווען מיינע טעגליכע לימודים, אדער נאך ערגער, אין א דורכפאל? בכלל, ביז ווילאנג וועל איך מוזן באלאנגען צו די "מתחזקים" (די צובראכענע וואס דארפן חיזוק), און פארוואס בין איך נישט פון די "מוצלחים" וואס ביי זיי קלאפט אלעס, אלעמאל?

באמת איז נישטא קיין תשובה צו די שאלה, ווייל אויב "כבוד עצמו" איז דער צענטער פון א מענטש'ס לעבן, דעמאלט זוכט ער נאר הצלחות און סיפוק דערפון. אין אזא מצב קען מען נישט פארשטיין דער תועלת פון "התחזקות". אזוי איז נישט מעגליך ארויסצוגיין פון עצבות און חלישת הדעת. א מענטש וואס האט זיך אריינגעלייגט אין קאפ א געוויסע וועג פון עבודת השם, און ער האט מחליט געווען אז נאר דאס איז גוט און ריכטיג, וועט ער קיינמאל נישט דערגרייכן דער סיפוק וואס ער וואונטשט זיך. אזוי וועט ער נישט מסכים זיין מיט דער אופן וויאזוי השי"ת פירט אים. אפילו אויב ער זאל יא קענען טרעפן וואס ער זוכט, וועט ער בלייבן ביי וואס ער האט משיג געווען און נישט שטרעבן אויף העכערס.

ווען א מענטש הערט זיך צו צו דברי רביה"ק וואס זענען מגלה אז דער עיקר עבודת האדם איז צו פארמינערן כבוד עצמו, דעמאלט באקומט ער אן אנדערע בליק אינגאנצן. מיט דעם פארשטייט ער אז זיין גאנצע שטרעבן דארף זיין נאר צו מעלה זיין כבוד שמים. דאס איז דארף זיין די כוונה בשעת'ן עוסק זיין אין תורה און אין מצות, צו גורם זיין נחת רוח פארן מלך מלכי המלכים. אמאל דורך תורה ותפילה, און אמאל דורך ביישטיין א נסיון, אדער סיי וועלכע אנדערע ענין וואס קומט אים אונטער. אין יעדע פאל פירט ער זיך אין אן אופן וואס איז דא דערביי כבוד שמים. דאס איז דאך דער תכלית פון בריאת העולם, ווי עס שטייט, "'לכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו."

אויף דעם יסוד זאגט רבינו, "מי שרוצה לשוב להשי"ת צריך לחגור מתניו שיתחזק עצמו בדרכי ה' תמיד בין בעליה בין בירידה." (משיבת נפש א') ווער עס וויל זיך צוריקקערן צו השי"ת דארף זיך אונטערגארטלען און זיך אלעמאל מחזק זיין אין דרכי ה', סיי ביי אן עליה, און סיי ביי א ירידה. ווייל דער התחלה איז זיך צו ווילן צוריקקערן צום כבוד ה'. ווען מען וויל זיך צוריקקערן צו ה', זוכט מען שטענדיג וואיזוי אים צו מכבד זיין מער און מער, פונעם פלאץ וואו מען געפונט זיך.

דערפאר וועט ער נישט בלייבן שטיין אויף זיין פלאץ בשעת אן עליה, ווייל ער וועט זיך נישט באגנוגן מיט דעם, נאר ער וועט זיין בקי ברצוא. זיין גאנצע רצון איז נאר צו מכבד זיין ה' און נישט בלויז צו דערגרייכן א געוויסע הישג.

פון צווייטן זייט, אפילו ווען מען פאלט דורך ח"ו, בשעת נסיונות, און אפילו מען האט גענידערט ח"ו לדיוטא תחתונה ר"ל, וועט ער זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, נאר זוכן און בעטן השי"ת זיך צו באהעפטן צו אים פון דער פלאץ וואו ער געפונט זיך. ווייל אין יעדע פאל האט ער א גרויסע שליחות פון ברענגען כבוד פאר השי"ת וועלכער איז "איתו ועמו ואצלו", אלעמאל מיט אים, און השי"ת שעפט נחת רוח פון זיין התחזקות אויך דארט.

דאס איז דער יסוד פון תשובה און דער כח צו ביישטיין וואס מען מוז דורכגיין, זיך אונטערצוגארטלען, און גלייך ביי די התחלה זאל מען מקבל זיין אויף זיך צו זוכן כבודו ית', בין בעליה ובין בירידה.

א מענטש זאל נישט זאגן, "וויאזוי קען איך דינען השי"ת?", "וויאזוי וועל איך דערגרייכן אזא דרגה?" ווייל ווען עס פירט זיך אסאך "שלא כסדר" פאר א לענגערע צייט, ער ווערט פארשעמט און צובראכן ביי זיך, דעמאלט דארף ער פארשטיין אז בהכרח מוז ער דורכגיין פיל מניעות כדי צו "שטעלן אין סדר" דאס וואס איז נישט אין ארדענונג. ער מוז מקבל זיין אלע בזיונות און שפיכות דמים, באהבה, פארוואנדלען אלעס אין "שתיקה" און נאכצולאזן "כבוד עצמו". נאר דורכדעם וועט ער באמת קענען אפלאזן יעדע אנדערע מחשבה און דער כבוד אלוקי וועט רוען אויף אים. אזוי וועט ער דערגרייכן די הבנה אז "כבוד עצמו" וועט ער שוין נישט קענען דערגרייכן, נאר "כבוד השם" איז וואס ער זוכט, און דאס קען ער אלעמאל געפונען אין יעדע תנועה.

ווען דער יסוד איז אמת'דיג, ער זוכט נאר כבוד אלקי, דעמאלט איז אלעמאל שייך זיך צו מחזק זיין כראוי.