פוסטים

ליל הסדר

שאלה: ביים ליל הסדר וויל יעדער שפירן א ספעציעלע דערהויבענע תענוג הרוחני. וואס איז אט דער תענוג און די "מוחין" וואס מען וויל קונה זיין ביים סדר נאכט?

תשובה: אסאך בחורים פארברענען די צייט ביים ליל הסדר ווארטנדיג צו שפירן אש ההתלהבות, התעוררות און תענוג רוחני וואס וועט אנצינדן און פארפלאמען זייערע הערצער. יעדע פאר מינוט איז מען בודק די אינערליכע פיבער מעסטער צו זען אויב מען פלאמט שוין און אויב מען שפירט שוין מוחין. דערפאר דארף מען טאקע וויסן וואס איז "מוחין" און וואס זוך איך צו שפירן ביים סדר נאכט?

דאס איז בעצם די שאלה פון "מה נשתנה". וואס גייט דא פאר? מיט וואס איז די היינטיגע נאכט אנדערש און ספעציעל אז מען האט זיך אזויפיל געגרייט און זיך גערישט דערויף? די פשוט'ע שאלה קלערט אונז אויף צו זוכן א פשוט'ע ענטפער וואס מיר טרעפן אין די הגדה. עבדים היינו – מיר זענען געווען קנעכט זייענדיג צוגעבינדן צו יעדע זאך וואס האט אונז געצויגן און פארפירט מיט בלבולים, דאגות, און טרדות, אבער יעצט, "קרבנו המקום לעבדותו". מיר אנערקענען אז ס'איז פארהאן א בורא עולם וואס באוויליגט אונז און וויל אונזער יעדע קליינע פעולה און תנועה, די פשוט'סטע און קלענסטע מצוות. דאס איז "מוחין" – א פרישע התגלות אין די ליכטיגקייט פון אמונה אז מען שטייט פאר השי"ת וואס האט אונז ליב אן קיין תנאים.

 

שאלה: וואס קען מען טוהן כדי צו זוכה זיין צו די געוואלדיגע אור פון אמונה וואס שיינט ביים סדר נאכט?

תשובה: עס שטייט טאקע אין ספרים הקדושים אז ביים סדר נאכט שיינט א גרויסע אור פון אמונה. אבער די הארה קומט לויט ווי עס איז פארשריבן פון אויבן. פון הימל היט מען אונז פון ישות וואס קומט ביים שפירן "מוחין".

דערפאר געשעען זאכן ביים סדר נישט פונקט ווי מען האט געפלאנט און געוואלט. די וויין גיסט זיך אין נאך פלעצער חוץ פון די כוסות, און די קינדער טונקען זייערע פינגער אין זאלץ-וואסער. דער בחור'ל שאקלט זיך מיט ערנסקייט, שוועבנדיג אין טיפע כוונות, און ווען מען בעט אים עפעס א קלייניקייט רעגט ער זיך אויף אז מען צושטערט אים זיין גאנצע סדר.

אט דאס איז וואס מען ערווארט פון אונז ביים ליל הסדר. דער סדר און אויסזען פון סדר נאכט איז וויאזוי השי"ת האט געמאכט, און מיר דארפן אנקוקן די אלע קליינע זאכן וואס שטערן אונז ווי הילף פון אויבן. דורכדעם העלפט אונז השי"ת באקומען מער אמונה. אזוי באקומט מען אמת'ע מוחין. עס געשעט נישט דורך זיצן און ווארטן ביז מען וועט זיך הייבן אין די הויכע ספערן פון תענוג עלאי. עס געשעט יא דורך זיצן רואיג און צופרידן נישט קיין חילוק וויאזוי עס פירט זיך.

מען דערציילט וועגן א צוקוקער ביי א שפיל וואס האט צושפילט דעם עולם מיט זיינע קולות. ביים אנפאנג פון די פארשטעלונג האט זיך די לעקטער אויסגעלאשן, ווי געווענליך, און ער האט געשריגן, "צינדט אן די לעקטער, מען קען גארנישט זען!" פארשטייט זיך אז מען האט זיך נישט צוגעהערט צו אים, און די שפיל האט זיך אנגעהויבן. באלד רעגט ער זיך נאכאמאל אויף, "זעצט אייך אראפ, איר פארשטעלט און איך קען גארנישט זען!" אלע צוקוקער האבן זיך פרובירט מער איינצובייגן אז יענער אלמוני זאל קענען זען און ענדליך ווערן שטיל, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן. "די מענטשן אויפן בימה זאלן שוין אראפגיין! זיי פארשטעלן יעדן פון זען די שפיל…" ער האט נישט פארשטאנען אז די מענטשן אויפן בימה מאכן די שפיל. אזוי קוקט אויס איינער וואס קומט אן צו א פלאץ און ער ווייסט נישט וואס ער וויל זען.

אזוי קוקט אויס איינער וואס קומט צום ליל הסדר און גרייט זיך נישט אן די הארץ מיט אן אמת, און דערפאר ווערט ער צושפילט אז די שפיל געלונגט אים נישט. אבער ווען מען גרייט זיך צו מיט אמונה פאלט מען נישט אריין אין כעס און אין קטנות ווען זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, ווייל מען געדענקט אז באמת איז עס יא געפלאנט – פון אויבן. לאמיר נישט זיין ווי דער מאדנער אורח וועלכער האט בלויז געווארט אויף א פעטע שטיקל פלייש, און ער האט נישט געקענט אויסווארטן ביז שלחן עורך אנטלויפנדיג א מינוט פאר זיין פארציע איז סערווירט געווארן… (נישט אומזיסט האט דער רבי דערציילט די מעשה אויף "ליל הסדר"…)

שאלה: וואס קען מען טוהן, בכל אופן, אויב מען שפירט נישט התעוררות ביים ליל הסדר?

תשובה: געדענק אז יעדע הלכה און מנהג וואס דו טוסט ביים סדר נאכט, דערנענטערט דיר צום בורא עולם. יעדע פעולה פועל'ט גרויסע תיקונים אויבן אין הימל, און בפרט די עיקר מצוות – סיפור יציאת מצרים, אכילת מצה, און ארבע כוסות.

דארפסט זיך נישט וואונדערן וויאזוי קען זיין אז מיט אזא פשוט'ע פעולה ווי עסן מצה דערהייבן זיך אלע עולמות, דען דאס איז דער רשע'ס שאלה – "מה העבודה הזאת לכם". דערפאר דעקן מיר אויף די מצות אינמיטן די הגדה כדי צו ווייזן "מצה זו על שום מה?!" מיר זענען מעורר די הארץ אז אלע יחודים און תיקונים וואס מען רעדט דערפון, געשען טאקע דא און יעצט ממש, ביים עסן די מצה. "זה" הדבר אשר צוה ה'…

אויך ווען מען שפירט פלוצלינג אויסגעוועפט פון התעוררות, ווערט מען נישט דערשראקן. ביידע סארט ליכטיגקייטן שיינען אין אט די נאכט – מוחין דגדלות און מוחין דקטנות. מוחין דטקנות איז נישט א שלעכטע זאך, אדרבא, דער עיקר חן און יופי פון אידישקייט צייגט זיך אן אין צייטן פון קטנות השכל, כל זמן מען ווייסט וואס "קטנות דקדושה" איז. תמימות האט א ספעציעלע חן און מתיקות. א קליין קינד וועלכער זיצט ביים סדר טיש און האט הנאה פון יעדע ליד, יעדע בילד פון זיין הגדה, און דער טעם פון מצה און מרור – דערגרייכט באמת די הכרה אז השי"ת האט אים ליב – אן קיין חכמות און בלבולים.

דער עיקר איז אז מיר זאלן אנקומען צו חירות המוחין. אן קיין פרעשור, און קיין געפיל אז מען "מוז", רואיג און געדולדיג לערנען מיר זיך וויאזוי צו זיין מיט השי"ת אפילו אין שווערע מצבים. ביים סדר באקומען מיר די מתנה פון אמונה וואס האלט אונז א גאנצע יאר. פון איין זייט האבן מיר "גדלות המוחין" וואס שטראלט מיט די קלארע ידיעה פון "אין עוד מלבדו", און פון צווייטן זייט לייכט א זיסע שטראל פון פשוט'ע אידישקייט מיט תמימות. דער קונץ איז צוזאמצושטעלן און מאכן "כורך" – גדלות און קטנות אינאיינעם.

אנשטאט צו טראכטן וואס מיר ווילן צוקומען ביים ליל הסדר, זאלן מיר טראכטן וואס השי"ת וויל פון אונז. אזוי וועלן מיר צוקומען צו חירות הנפש וואס וועט אונז באגלייטן א גאנץ יאר.